אידישע באשרייבונג

אידישע באשרייבונג
December 12, 2011 Info @ JCCSG
שפאנען פאראויס!

צווייטע “אינפאָרמאַציע-סעמינאַר” דורך
JCCSG
 אָרגאַניזאַציע פאַר היימישע קראָונס-ליידענדע אפגעצייכנט מיט זעלטענע הצלחה
 

אריבער דריי הונדערט באַטייליגטע אַנטיילגענומען ביי אינפאָרמאַטיווער סעמינאַר מאָנטאָג פר’ תולדות אין זאַל פון “קאָנטינענטאַל” אין וויליאַמסבורג – פרישע סעמינאַרן געפלאַנט בעז”ה אין אָפסטעיט ניו יאָרק אין די קומענדיגע וואָכן

וויליאמסבורג. – צום צווייטן מאל! מיט שפאנונג און אינטערעסע האבן אריבער דריי הונדערט באטייליגטע אנטיילגענומען אינעם צווייטן “אינפארמאציע-סעמינאר” – געווידמעט פאר “קראונס און קאלייטעס” ליידענדע – וועלכע איז פאררופן געווארן דורך די העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע

Jewish Crohn’s & Colitis Support Group (JCCSG)”
(דזשואיש קראונס-קאלייטעס סופפארט גרופ)

דער סעמינאר איז אפגעראכטן געווארן דער פארלאפענעם מאנטאג פר’ תולדות אין זאלפון קאנטינענטאל אין וויליאמסבורג, מיטן באטייליגונג פון אן ערך פון דריי הונדערט היימישע קראונס-ליידענדע און משפחה מיטגלידער, וועלכע זענען אהיימגעגאנגען פונעם אווענט מלא חיזוק, און פול מיט ווערדפולע און נוצבארע אינפארמאציע; אנווייזונגען און הדרכה; און בעיקר: וואוסענדיג אז זיי פארמאגן א באזע פון אזויפיל היימישע ברודער און שוועסטער וועלכע ספראווען זיך מיטן זעלבן צושטאנד אינעם טאג טעגליכן לעבן, און זענען שוין ‘מלומדי מלחמה’ וויאזוי עס צו קאנטראלירן און זיך אן עצה צו געבן דערמיט מידי יום ביומו.

אבער בעפאר מיר באציען זיך צום העכסט-סוקסעספולער אווענט – וואס האט געדינט אלס א קוואל פון חיזוק, הדרכה, און ייעוץ פאר אזויפיל היימישע ברוקלינער אידן – איז ווערד אז מיר זאלן זיך קודם ווידמען עטליכע שורות און זיך באקענען פונדערנאנט מיט די וואונדערליכע נייע ארגאניזאציע וועלכע האט גענומען פאר ציהל אין לעבן ארויסצוהעלפן דעם היימישן ציבור מיטן ברייט-פארשפרייטער געזונטהייט-צושטאנד וואס רופט זיך: “קראונסקאלייטעס”.

דער הילפס-ברעט פארן היימישן ציבור! :JCCSG

דער דיסארדער וואס רופט זיך “קראונס דיזיס” איז א כראנישער געזונט-צושטאנד וואס איז שטארק פארשפרייט ביים היימישן ציבור, נאכדעם וואס מעדיצינישע און וועלטליכע שטודיעס צייגן אן אז ביים היימישן “אשכנז’ישן” ציבור איז עס פארהאן “דריי מאל מער” ווי ביי אלגעמיינע אנדערע גרופעס. ד.ה. אז דער היימישער ציבור ליידט דערפון די מערסטע, ווי עס איז טאקע עדות דער פאקט אז כמעט אין א יעדע היימישע משפחה איז פארהאן איינסמערערע פון “קראונס-קאלייטעס” ליידענדע.
אט דער פאקט אז גורם געווען אז עס האט זיך געפאדערט קריטיש וויכטיג צו אדרעסירן דעם פראבלעם; באהאנדלען די דעטאלן דערפון; און שאפן א שטארקע באזע און “סופפארט גרופע” געווידמעט דירעקט פארן היימישן ציבור, מיטצוטיילן אינפארמאציע איינער פארן צווייטן; און וויסן וואו אנצופרעגן א יעדע פראגעספק וואס איז אזוי נוגע אויפן טאג טעגליכן לעבן.
מיט השי”ת’ס הילף האבן זיך אריינגעווארפן אינעם ענין א קבוצה פון חשובע היימישע עסקנים, און נאך עטליכע שווערע יארן פון פארשונג – און פראפעסיאנאלע הילף און באגלייטונג פון נאציאנאלע ארגאניזאציעס און לאנגיעריגע דאקטוירים – איז פארמירט געווארן א לעבנסוויכטיגע און העכסט-געוואונטשענע ארגאניזאציע, אונטערן נאמען ספעציעל פארן היימישן ציבור, וועלכע זאל זיך מטפל זיין מיט אלע ענינים ,”JCCSG” אמבאלאנגט דעם געביט פון “קראונס און קאלייטעס”.
זינט דער גרינדונג פון די געוואונטשענע ארגאניזאציע זענען שוין אריבער 600 טעלעפאן- רופן געענטפערט געווארן; פילצאליגע מעדיקל-אפוינטמענטס זענען שוין ארלעדיגט געווארן און אראנדזשירט געווארן פאר ביליגע פרייזן; אומצאליגע היימישע משפחות האבן שוין גענאסן דערפון חיזוק והדרכה; פארשידענע אינפארמאציע איז שוין אויסגעטוישט געווארן צווישן היימישע משפחות וועלכע ספראווען זיך דערמיט; און פילע קריטיש וויכטיגע פארבינדונגען זענען שוין געמאכט געווארן צו בארימטע דאקטוירים.
עס איז בכלל נישט קיין חידוש אז נאך לאנגע יארן וואס עס איז קיינמאל נישט געטון געווען קיין ערנסטע שריט אין די נושא ביים היימישן ציבור, איז דער אפקלאנג איבערן “געבורטסטאג” פון די ארגאניזאציע געווען אזוי הילכיג; אומצאליגע טעלעפאן רופן האבן אנגעהויבן אריינצושטראמען אין אפיס; פילצאליגע פראגעס; עצות און חיזוק; און אלע האבן אויסגעשריגן, כולם כאחד: “החייתנו! איר האט אונז מחי’ געווען!”.

ב’ תולדות: “אינפארמאציע-אווענט”

“מחיל אל חיל!” איז דער פאסיגסטער אויסדרוק אויפן צווייטן העכסט-געלונגענעם אווענט, וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן דעם פארלאפענעם מאנטאג פר’ תולדות אינעם “קאנטינענטאל” זאל אין וויליאמסבורג – וועלכע האבן בחפץ לב זיך אהערגעשטעלט און צוגעהאלפן צום סוקסעס פון אזא לעבנסוויכטיגער פראיעקט.
א הארציגן דאנק ווערט טאקע אויסגעדרוקט מטעם די חשובע עסקנים פארן חשובן בעל אכסניא פונעם אווענט הרבני הנכבד מוה”ר יעקב הירש הי”ו, וועלכער איז צוגעשטאנען צו די רעכטע האנט בכל מה דאפשר.
דער אווענט איז אנגעפירט געווארן בטוב טעם ודעת דורכן חשובן יו”ר הר”ר אליעזר דוד פאלמאן הי”ו, וועלכער האט באגלייט דעם גאנצן פראגראם.
איינע פון די אורזאכן וועלכע האבן גורם געווען אז דער אווענט איז געווארן א געלעגנהייט וואס קיינער האט נישט געוואלט פארפאסן, איז געווען דער ספעציעלער אויפטריט פונעם בארימטן ספעציאליסט דר. דזשעימס דזשאורדש פון מאונט סיני שפיטאל, פונעם אפיס פונעם בארימטן דר. אשר קארנבלאו הי”ו וועלכער איז ברייט באקאנט ביים היימישן ציבור.
די רעדע פון דר. דזשעימס האט געצויגן א ריזן ציבור צוהערער, איבערהויפט דעם היימישן ציבור וועלכע האבן גענאסן פון זיינע וואונדערבארע הדרכות, עצות, און געזונטהייט אנווייזונגען, און דער דאקטער האט טאקע געלאזט הערן פארשידענע קריטיש וויכטיגע ענינים, וועלכע זענען זייער פאסיג און געאייגנט פארן היימישן ציבור, א שטייגער ווי: מעדיצינישע היילונג, אלטערנאטיווע היילונג-מיטלען, דייעטעס, א.א.וו.
ס’איז באמת געווען א דורכברוך ביים היימישע קראונס-ליידענדע אז אזא בארימטער דאקטער – וועלכער ציהט געווענטליך בלויז צו מעדעצינישע היילונגס-מיטלען – האט אזוי שטארק ארויסגעהויבן די אלטערנאטיווע און נאטורליכע היילונגס-מיטלען. ס’איז גלייכצייטיג געווען א געלעגנהייט פאר די חשובע באטייליגטע פארצולייגן פערזענליך פארן דאקטער פארשידענע פראגעס וועלכע זענען נוגע פאר אונזער היימישער קרייז, און דער דאקטער האט דערויף געענטפערט, בארייכערנדיג די ידיעות מיט פארשידענע אנווייזונגען, עצות, און הדרכות וואס, ווען, און וויאזוי עס צו באהאנדלען.
דאן איז דער דאקטער פרעזענטירט געווארן מיט א ספעציעלער געשאנק פאר זיינע מעדיצינישע הילף פארן היימישן ציבור, און פארן שטיין צו די רעכטע האנט פון אזא לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציע.
דער קלימאקס פונעם אווענט איז געוויס געווען די דרשה נפלאה פון הרה”ג רבי עזריאל טויבער שליט”א, פון די בארימטע משפיעים ומגידים בעיר מאנסי יע”א, וועלכער האט געהאלטן געשפאנט דעם ציבור באטייליגטע מיט א “תורה’דיגן און פראקטישן בליק” אויף אזא מצב, און זייענדיג נאנט באקאנט מיט די דעטאלן און פאקטן פון “קראונס און קאלייטעס” האט דער חשובער משפיע שליט”א עלעקטעריזירט די באטייליגטע, שילדערנדיג וויאזוי עס דארף אפעקטירן דעם מענטשנ’ס לעבן על כל אורך הדרך.
מטעם די חשובע ארגאניזירער איז אויסגעדרוקט געווארן ברכה מרובה פאר הגה”צ רבי חיים מאיר האגער שליט”א, בן הגה”צ אבד”ק וויזניץ מאנסי שליט”א, ונכדו פון כ”ק אדמו”ר מוויזניץ מאנסי שליט”א, וואס בלויז אדאנק זיין אקטיווע מיטהילף און כסדר’דיגע לייסטונגען שפאנט די לעבנסוויכטיגע ארגאניזאציע פאראויס מיט הילף פארן היימישן ציבור.

לויטן איצטיגן פלאן און באגלייט מיט פיל סייעתא דשמיא און זעלטענע הצלחה ביז אהער, וועט בעז”ה בקרוב אפגעהאלטן ווערן פרישע סעמינארן. דער קומענדיגער סעמינאר איז געפלאנט אפצוהאלטן אין די קומענדיגע וואכן אין אפסטעיט ניו יארק – אין די אומגעגנט פון מאנסי, קרית יואל, און שיכון סקווירא – אויפן זעלבן מוצלח’דיגן שטייגער ווי אין וויליאמסבורג.

באזונדער ווערט אצינד אויסגעארבעט די לעצטע דעטאלן צוצושטעלן באזונדערע פראגראמען און סעמינארן מיט פילצאליגע אינפארמאציע פאר נשים צדקניות, און באזונדער פאר יונגע קינדער.

דער היימישער ציבור איז העכסט דאנקבאר פאר די חשובע ארגאניזירער פונעם סעמינאר, און וואונטשט זיי פיל הצלחה און סייעתא דשמיא אויף ווייטער אויפצוטאן גדולות ונצורות אינעם געזונטהייט געביט. פאר סיי וועלכע אנפראגעס – אדער צו באקומען רעקארדירטע טעיפס פונעם אווענט – רופט אריין אויף 718-635-2274, אייער נאמען קען פארבלייבן אנאנים.

ותשועה ברוב יועץ.

 

Comments (0)

Leave a reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

*