שטודיע פאר קראונס און קאלייטיס, האפענדיג צו טרעפן א רפוא
וועט פארקומען זינטאג בחוקותי אין מאנסי
וואס קראונס איז, איז שוין באשריבן געווארן עטליכע מאל, ספעציעל נאך די סוקסעספולע פארגאנגענע זעקס צוזאמקומען וואס זענען אראנדזשירט געווארן דורכן ארגענעזאציע “עול”ם” (ע‘זרה ו‘חיזוק ל‘חולי מ‘עיים) צו ווי ס’איז באקאנט אין די אלגעמיינע וועלט אלס JCCSG (דזשואיש קראונס און קאלייטיס סופפארט גרופ).
וואס עס ברענגט דערצו אז איינער זאל באקומען קראונס, איז נאך א מיסטריעזע זאך, די גרעסטע ספעציליסטן און דאקטוירים זענען דורכאויס די יארן געזיצן און פרובירט אויפצוקומען מיטן סיבה, מ’האט טאקע געמאכט אסאך פארשריט דורך די יארן און שטודיעס, אבער קיינמאל נישט צוגעטראפן די פונקטליכע סיבה, און ליידער צוליב דעם איז נאכנישט דא קיין רפואה אויך נישט, אלעס וואס די דאקטוירים געבן איז נאר מעדעצינען וואס קאנטראלירט דעם אינפלימאציע, אבער נישט קיין היילונג.
די ריסורטשער גלייבן היינט אז ס’איז א געוויסע ” גאט פלארא באקטיריע” וואס סיי טריגערט דעם חלק צו ווערן דיאגנאזירט, און סיי מ’קען אפילו פאראויסזעהן צו ווער ס’האט דאס באקטיריע האט א שטערקערע שאנס צו ווערן אפעקטירט. אזוי אויך האבן זיי אן אויג אויף געוויסע מיקראבן וואס דאס איז מסתמה א שטארקע אורזאך פונעם פראבלעם.
צוצוקומען צום אידישן פאלק, האבן די ריסורטשערס און דאקטוירים פון מאונט סיני שפיטאל זיך פארבינדן מיט ‘עול”ם’ און פארופן א זיצונג אדורכצושמיעסן וויאזוי צוצוגיין צום שטודיע ביים היימישן עולם, ביים מיטונג האט מאונט סיני קלאר געמאכט אז זיי ווילן אז די ‘עול”ם’ ארגענעזאציע זאל ווערן א שותף אין דעם שטודיע, דארטן זענען געזיצן פון די גרעסטע דאקטוירים פון מאונט סיני, וואס אגב, א חלק פון זיי האבן שוין אנטייל גענומען און אויפגעטרעטן ביי די פארגאנגענע אווענטן אראנדזשירט דורך ‘עול”ם’, און ארבייטן האנט ביי האנט גרינגער צו מאכן און סערווירן דעם היימישן ציבור מיט געטריישאפט. עול”ם איז דערנאך געזיצן מיט רבנים און דיינים (ספעציעל מיט הרבנים הגאונים וואס האבן קראונס/קאלייטעס, אדער אין די משפחה) און מיט אנדערע עסקנים אינעם מעדיקל פעלד, און דן געווען די מעלות און חסרונות פון אזא שטודיע, למעשה האט מען איינגעזעהן אז דאס קען נאר ארויסהעלפן סיי די אפעקטירטע, און סיי האפענטליך אפהאלטן פון זייערע געשוויסטער דאס צו קריגן און מ’האט באשלאסן זיך אנצושליסן אינעם שטודיע און ארבייטן האנט ביי האנט מיט די ריסורטשערס און דאקטוירים.