In the News… on iVeltcom

In the News… on iVeltcom
May 12, 2011 Info @ JCCSG
In Article, Event 1, Events, Updates
דורך צייטליך » דאנערשטאג מאי 12, 2011 2:48 pm
עס האט זיך אין די פארגאנגענע וואכן געפענט א נייע ארגענעזאציע מיטן נאמען

JCCSG Jewish Crohn’s & Colitis Support Group

די ארגענעזאציע האט זיך געפענט כדאי צו גיבן חיזוק און עדווייס פאר “קראונס” ליידענדע מענטשן ביי אונזער היימישער ציבור. (וואס לויט ווי א לעצטיגע שטודיע צייגט האבן די אשכנזים 2 צו 3 מאל מער אזויפיל ליידענדע ווי אנדערע סעקעטע’ס) די סיבה פארוואס עס איז אזוי וויכטיג געווען די גרינדונג דערפון איז וויבאלד די אלע מענטשן ביים היימישן ציבור וואס ליידן דערפון האבן – פאר סיי וועלעכע סיבה – דאס פראבירט צו באהאלטן פון אנדערע און קיינער האט נישט דערציילט אדער גערעדעט דערוועגן וואס אין רעזולטאט האט מען נישט געקענט אנפרעגן ביי קיינעם פאר הילף, עיצות און הדרכות.

די וואס טוען דעראון ווייסן צו זאגן אז הונדערטער! וויליאמסבורגער איינוואוינער ליידן דערפון און גייען רעגעלמעסיג צו דאקטוירים וכדו’, אבער די פאקט איז אז קיינער שעירט נישט קיין אינפארמאציע מיט אנדערע, און ווען עס מאכט זיך אז איינער זיכט עדווייס איבער דאקטוירים וכדו’ האט ער נישט צו וועמען זיך צו ווענדען, וויבאלד קיינער רעדט נישט דערפון.

JCCSG

האט זיך דערפאר געגרינדעט, און זייער איינציגע ציל איז א מענטשן זאלן ארויסקומען פון די לעכער און מיטיילן זייערע אינפארמאציע, זייערע סוקסעסען און פארקערט אזוי אז אנדערע זאלן וויסן אויף וועלעכען וועג צוגיין און וואס מ’זאל יא אדער נישט טוען.

דעם קומענדיגער דינסטאג פרשת בחוקותי וועלן זיי האבן זייער ערשטע אווענט אין די “פאר-קעיר” מעדיקעל צענטער אויף פארק עוועניו. עס וועט זיין פאר מענער און פרויען. עס וועלן דארט געהערט ווערן דרשות פון עטליכע דאקטוירים ווי אויך א חשובע רב שליט”א, אזוי אויך וועט זיין א פראגע-און-ענטפער סעסיע.

נאדער זייער אינפארמאציע:
נומער צו ריפן: 347-450-0274
אימעל אדרעעס: jccsgb@gmail.com
זייער וועב זייטל: http://www.jccsg.blogspot.com/

 

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה

 

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=71&t=13890&p=421736#p421736

Comments (0)

Leave a reply

Your email address will not be published. Required fields are marked *

*